“The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער” is a video from Yiddishe Vinkel, published on December 5, 2021 and available to watch on VideoVinkel. The total runtime is 6:39. It has been viewed 39,520 times so far. Press play above to stream the full video right here, or open the original on YouTube.
Video details
Description
The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער
די שיינע פראיעקטן וועלכע ווערן אהערגעשטעלט מיט פראכט און תוכן אין "מחנה חיים ושלום מונקאטש" זענען א נחת און אינספיראציע פאר טויזענטער עלטערן, זיידעס-באבעס, און פאר די קינדער וואס לייגן אריין זייער הארץ און געוואלדיגע כוחות, זיך מאכנדיג די בעסטע זיכרונות צו געדענקען אלעמאל.
די הערליכע פראיעקטן זענען אבער אויך געווארן גאר פאפולער ביי די גאנצע גאס, ווען אידן לעכצן צו באקומען גריסן פון די לעבעדיגע זומער בערג, וואו די קינדער וויילן דורכאויס דעם זומער און די פארלאנגען פאר מער, שטייגן פון טאג צו טאג.
ווי אין די לעצטע פיר זומערס האבן מיר אויך היי יאר אריינגעלייגט גרויסע כוחות, און די קינדער האבן פאכמאניש אויסגעשפילט דעם הערליכן נייעם ניגון דער שפאלער זיידע, פון די בארימטע אידישע אלבום 'לעבעדיגע ספר תורה' דורך דער בארימטער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער שי'. אליינס א זיידע פון באליבטע קעמפערס אין אונזער מחנה.
דער ניגון איז געווארן קאמפאזירט און געשריבן דורך הר"ר פנחס מרדכי וועבער שי'.
דער פראיעקט ווערט פרעזענטירט צו אייך דורך דער המחנכים, הרב וועלוול שמעלצער שליט"א - דער ראש המדריכים, און ר' בעריש ווייזער שליט"א - זיין סגן, וועלכע לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות דורכאויס דעם גאנצן יאר און ספעציעל במשך זומער אויף די הצלחה פון די קעמפ און מאכן זיכער יעדער יונגל באזונדער זאל שיינען מיט צופרידנהייט.
דער ניגון ווערט אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די אויסגעצייכנטע קינדער פון כתה זין, און זייערע געטרייע מדריכים ר' יואל שווארטצי שליט"א און ר' אהרן יודא ווייזער שליט"א.
א ספעציעלן דאנק צו ר' ארון ליב לענעראוויטש שליט"א, ר' אלימלך ליכטנשטיין שליט"א און צו אלע טאלאנטפולע מדריכים אין מחנה חיים ושלום מונקאטש.
קוקט און האט הנאה!
קרעדיטס
קאמפאזיציע און גראמען: פנחס מרדכי (פינקי) וועבער
געזינגען דורך: מיכאל שניצלער, אין זיין לעצטיגע אלבוים 'לעבעדיגע ספר תורה'.
Follow Power On Studios https://instagram.com/poweronstudios?igshid=1iy46j05uzcia
Follow, The Yiddishe Vinkel platform
YouTube: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Instagram: https://www.instagram.com/YiddisheVinkel
Telegram: T.me/YiddisheVinkel
Twitter: https://twitter.com/YiddisherVinkel
WhatsApp: https://wa.me/18455792405?text=%20Join
“The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער” was uploaded by Yiddishe Vinkel on December 5, 2021. You can browse more uploads from Yiddishe Vinkel on VideoVinkel.
How long is this video?
The total runtime is 6:39.
How popular is it?
As of the latest sync, this video has been viewed 39,520 times and liked 449 times.
Where can I watch it?
You can stream this video right here on VideoVinkel — just press play at the top of this page. The original is also available on YouTube.
Enjoyed this video? Find more uploads from Yiddishe Vinkel.