Project In Memory Of Moshe Weiner
Description
מיר זענען געשטאנען אין די קעלט, און פארשטאנען וואס טרערן מיינט. משה איז געליגן נעבן אונז און צוגעהערט ווי מיר באוויינען אים, ער האט אבער געזען וואס מיר זעען נישט. די יתומים נעבעך, ווייסן אויך וואס טרערן מיינען, זיי געזעגענען זיך פון זייער טאטע, אדער מאמע, קיינער פארשטייט נישט זייער צער, עס איז ביי יעדן אייגנארטיג, זיי פארפעלן דעם שטארקן "טאטע כאראקטער", אדער "מאמע ליבשאפט". די פאמיליע איז צובראכן און האט נישט די קאפ אויפן פלאץ. יעדער קלאגט. ערבים קומט אריין אין בילד! ערבים פארטיילט פאר יעדע יתום, הונדערט טויזנט דאלער. יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט. משפחת וויינער וויל פאראייביגן די אנדענק פון זייער באליבטע זוהן "משה יודא", מיט א זאך וואס איז אלעמאל געווען משה'ס ערשטע פריאריטעט: חסד! ווען איר בענקט זיך נאך משה, ווען איר צינדט א ליכטל, עס שיינט אויף א פייערל, און איר זאגט "לעילוי נשמת משה יודא בן אהרן יוסף צבי", טוט א פולקאמע חסד, און העלפט פאראייביגן משה, אין די ספעציעלע - קרן וויינער - וואס קרן עזר שטעלט אויף. רופט ערבים אויף: 1866.7.AREIVIM - אדער באזוכט יעצט: http://www.areivimusa.org