Fake Wedding Colorwar Breakout In Munkatch Boys Camp 2020

10.9K views7:10August 18, 2020

Description

די היימישע פאפולערע זומער-קעמפ מחנה חיים ושלום מונקאטש, בארימט מיט גאר אייגנארטיגע און שעפערישע אקטיוויטעטן, האט אהערגעשטעלט פאר אירע קעמפערס א פאזיטיווע אבער גאר געלונגענע 'קאלערוואר'. אנגעהויבן מיט א חתן, א רחמנות, וועמענס באווארפן איז פארגעקומען אין קעמפ, צוליב וואס ער האט נישט קיין פאמיליע. א סיטואציע פארשטייט זיך נישט אמת. נאך וואס ס'איז פארגעקומען א הערליכער שבת אויפרוף אין קעמפ, האט מען אהערגעשטעלט א חתונה נאכט, מיט מחותנים, א חתן, און פאמיליע מיטגלידער, פארדרייענדיג די די קינדער א קאפ אז די סעודת החתונה קומט פאר אין קעמפ, צוליב א מאנגל אין געלט און קאראנע אישוס. דער בדחן פון די נאכט, הר"ר זושא שמעלצער הי"ו ערשיינט איז ערשינען נאך לאנגע טאנצעריי משמח געווען דעם חתן און פאמיליע מיטגלידער פון די כלה זייט, וועלכע שטאמען פון גרים. דאן האט דער חתן אריינשפאצירט מיט א ריזיגער גרופע פון פריינט, אנגעטון אין אראנדזשע העמעדער, מיט שילדן וועלכע שרייען קאלארוואר. די קינדער האבן נישט געוואוסט אין וועלכע פלאנעט זיי זענען. דאס איז נאכנישט אלעס. רגעים נאכן אויסברעכן קאלארוואר, רייסט אריין א מעלדונג אז א געוויסער רבי (אונטערגעשטעלט) האט געהערט איבער די חתונה און איז אריבערגעקומען מחזק זיין דעם חתן, א יתום. די קינדער האבן געשטורעמט פאר געלעכטער און אלע אריבער צו געבן די הענט. די קינדער שמייכלען נאך יעצט... Follow, The Yiddishe Vinkel platform YouTube: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel Instagram: https://www.instagram.com/YiddisheVinkel Telegram: T.me/YiddisheVinkel Twitter: https://twitter.com/YiddisherVinkel WhatsApp: https://goo.gl/pD6RGm Website: https://YiddisheVinkel.com

Request Channel