דעם מוצש"ק... א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי

1.1K views1:00June 27, 2024

Description

ווארטס מיט שפאנונג! דעם מוצאי שבת קודש... א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי https://youtu.be/cAI1sqWjmi4 כאפּט אן אייגנארטיגע שפאציר אין דעם פרישן שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק, מיט'ן ציל צו קענען לעבן אן אחדות'דיגע געשמאקע לעבן מיט א חינוך פון מוסדות על טהרות הקודש וואו די קינדערלעך ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט און האבן מלמדים און מחנכים וואס לייגן אריין אין די קינדער די ריינע אמונה! קומט מיט אונז מיטהאלטן א סדר אין כולל היכל הקודש ווי אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען הוראה און וועלן בעזהשי"ת ווערן דיינים. כאפט א בליק אין די פילע בתי מדרשים וואס באשיינען אונזער שטעטל קרית ברסלב צו באדינען די פילע תושבים פאר א גאנצע א וואך און פאר שבתים. ווי אויך נעמען מיר אייך אויף א באזוך אין די גרויסע באקאנטע לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב. מיר כאפן אויך א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. Credits: Filming and editing On Dot / Ari Levy Lazer / Lazer Deutsch Cast: Ari Fisch Sruli Heskel Moshe Arye Schnitzler Shimmy Fisch Rabbi Mordche Indig Motty Heimlich Moshy Einhorn

Request Channel