א אינגעמאנשיקל ווערט אנגעמקלט פון צוויי חברה (מעשה אין די דיסקריפשען)
Description
א יונגערמאנטשיק אן אויבער חכם פון גאָלדערס גרין לאָנדאָן יצ״ו האט פארגעהאלטן אן ערל פארן אוועקנעמען צוויי פארקינג ספּאַטס נישט ווייט פון די שוהל ווי ער האט געדאוונט דעם חול המועד. דער ערל האט נישט אנגענימען די דברי מוסר בלשון המיעוט, ר׳האט געכאפט אן אייזערנעם שטאַנג פון די אונטערשטע בּאַנק און אנגעהויבן נאכיאָגן דעם יוגערמאנטשיקל אויבער חכם. דער יונגערמאנטשיקל איז נישט קיין גאנצער בהמה האט געזעהן אז ס׳איז צרות ווי א בארג האט ער אראפגעפליקט זיין זיבן רייעדיגע עטרה און אנגעהויבן לויפן ווי דער שווארצער פעפער. וואס לויפן, ער איז געפלויגן! בעל בתים וואס קענען דעם פיקח פון בעסמעדריש זאגן אז זיי האבן קיינמאל געחלומ׳ט אז דער בחור איז אזוי עטלעטיש. ברוך השם אז א חוץ שרעק און איין פערטל שוך וואס איז פארפאלן געגאנגען בשעת׳ן גאָפּלען האט דער יונגערמאנטשיק נאך פארספיעט צו דאווענען מיטן צוועלף אזייגער מנין און געשאקלט די נינועים מיט אן עקסטערן הכרת הטוב פארן בוכ״ע. נאכן דאווענען האט דער יונגערמאן געזאגט ׳דיס איז רידיקעלעס׳